מתמידי הסיום
טויזענטער אידן פון איבער די וועלט וועלן אנטייל נעמען אין די בעפארשטייענדע 13'טער סיום הש"ס. עלטערן, רביים, געשוויסטער קענען לערנען דעם דף אין פרייליכע בעפארברייטונג צום בעפארשטייענדע גרויסארטיגער געשעעניש.

מתמידי הסיום איז אן אלוועלטליכע פראיעקט, געצילט אריינצונעמען קינדער אין די אלוועלטליכע סיום הש"ס פייערונג. די פראגראם שטעלט אהער שיינע געשאנקען און פארשידענע קנאת סופרים'דיגע רייצענדע פראיעקטן פאר קינדער וואס לערנען גמרא, משניות און חומש אינדערהיים. יעדע קינד וואס נעמט אנטייל וועט באקומען אן אייגענעם פין נומער, וואו ער קען אריינלייגן זיין פארשריט אויף אונזער לייכע און באקוועמע טעלעפאן סיסטעם.
דער מנהל נעמט אויף אן אנגעשטעלטער אין תלמוד תורה אלס דער מתמידי הסיום אמבאסאדאר, און מיר שטעלן צו די מאטעריאל און אינפארמאציע פאר די פראגראם.
מיר שיקן א 'ברוכים הבאים פעקל' פאר יעדן תלמיד ווי די פראגראם ווערט קלאר און געשמאק ערקלערט.
די תלמידים נוצן זייער פערזענליכע פין נומער אריינצולייגן וואס זיי האבן געלערנט אין די מתמידי הסיום טעלעפאן סיסטעם, אלע קלארע אנווייזונגען געפינען זיך אין דעם פעקל.
די תלמידים באקומען טיקעט'ס פאר שיינע געשאנקען און נאך אינטערעסאנטע זאכן וואס זאל זיי מאכן וועלן לערנען דאס וואס זיי דארפן אינדערהיים.
פארבינדט זיך
לעילוי נשמת
ר׳ דוד לוי בן ר׳ משה יעקב ז״ל סאפיר מרת רייזל בת ר׳ יחזקאל שרגא ע״ה ר׳ משה דוב בן ר׳ יהושע אליעזר ז״ל בראקער מרת שרה מרים בת ר׳ שמואל צבי ע״ה
ר' ישראל מנחם בן ר' בנימין ז"ל מרת רחל לאה בת ר' חיים צבי ע"ה מרת שרה ציריל בת ר' אברהם הכהן ע"ה
ר׳ דוד שניאור בן ר' יצחק ז"ל ר' חיים שלמה בן ר' דוד שניאור ז"ל מרת חייה צירל בת ר' שלמה זלמן ע"ה ר' אברהם חיים בן ר' אליעזר הלוי ז"ל